Tuesday, April 24, 2012

Stories inspired by the Akeyde

Assignment: Write a story based on the theme of the Akeyde.

Dana (Dine) Friedman:

ישמעאל פֿישער האָט צװילינג זין. זײ הײסן יאָני און טאָני. עס איז געװען אַ שײנער װינטער טאָג און פֿרױ פֿישער איז געגאַנגען אין שפּײַזקראָם. אײדער זי איז געגאַנגען, האָט זי אים געגעבן שטרענגע אינסטרוקציִעס. „אױב די קינדער האָבן שמוציקע װינדלען אין דער זעלבער צײַט, מוזסטו באַשליסן װעלכן קינד צו בײַטן דעם װינדל. דו קענסט קלײַבן נאָר אײנס. דאָס אַנדערע קינד װעט װערן בלעזלעך. זײַ קלוג!“ זי איז געגאַנגען און די קינדער זײַנען געשלאָפֿן.

 ישמעאל האָט געקוקט אױף דער טעלעװיזיִע און אַלץ איז געװען שטיל. ישמעאל איז געװאָרן אין גאַנצן אַנטשלאָפֿן. פּלוצעם, האָט אַ הױכער קװיטש אָנגעפֿילט די לופֿט. ישמעאל איז געװאָרן דערשראָקן, אָבער ער האָט געהערט נאָר אײן געשרײ. ער איז געגאַנגען אױבן און ער האָט געזען אַז יאָני װײנט. דאָס איז געװען װי אַ שטײן פֿון האַרצן.

פּלוצעם, האָט טאָני אָנגעהױבן צו װײנען. ישמעאל האָט געקוקט אױף זײַנע שײנע קינדער. ער האָט נישט געקענט באַשליסן. ער האָט געקוקט אַרױף צום הימל. „איך בעט דיך ג־ט, מוז איך מאַכן פֿון מײַן זון אַ קרבן? לאָז אים זײַן!“

ישמעאל האָט צוגעמאַכט זײַנע אױגן און ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט פֿאַר יאָני. ער האָט געװאַרט אױף די בלעזלעך. פּלוצעם האָט טאָני אױפֿגעהערט װײנען. ער האָט געקוקט אױף ישמעאלן און ער האָט געגרעפּצט. ישמעאל האָט געלאַכט און ער האָט געביטן יאָניס װינדל. די קינדער בלײַבן לעבעדיק און מונטער, װי סע פּאַסט פֿאַר עופֿעלעך!

Julia (Elke) Riegel:

שׂרה שטײט אױף זײער פֿרי מיט אַבֿרהמען. הײַנט װײנט זי נישט. נעכטן און אײערנעכטן האָט זי געװײנט, אָבער נישט הײַנט. זי איז אַ שטאָלצע מאַמע. זי האָט געװאָלט, אַז איר קינד יצחק זאָל זײַן קלוג און פֿרום, און אַז ער זאָל האָבן אריכות־ימים. װאָס זי האָט געװאָלט, איז הײַנט מער נישט שײַך. הײַנט װעט איר זון שטאַרבן.

שׂרה קוקט זיך צו, װי די צװײ יונגע דינערס שטײען אױף, און װי אַבֿרהם זאָטלט אָן דעם אײזל און צעהאַקט דאָס האָלץ. די דינערס זײַנען מיד, און זײ גענעצן און שטרעקן אױס זײערע הענט. דער אײזל קלאַפּט מיט זײַנע טלאָ.

יצחק שלאָפֿט נאָך, אַבֿרהם װעקט אים אױף און גיט אים עפּעס צו עסן. יצחק איז שלאָפֿעריק, אָבער ער גײט מיט זײַן טאַטן דורך דעם טױער.

שׂרה שטײט און קוקט נאָך איר זון און איר מאַן. זי טראַכט: ג־ט האָט געזאָגט צו אַבֿרהמען, אַז ער זאָל ברענגען יצחקן פֿאַר אַ קרבן. „איז יצחק נישט אױך מײַן זון?“ פֿרעגט שׂרה. „פֿאַר װאָס האָסטו מיך נישט געפֿרעגט, ג־ט, אױב איך װיל דיר ברענגען מײַן זון װי אַ קרבן?“

שׂרה זעצט זיך אונטער אַ בױם. די זון גײט אַרױף און שײַנט. עס װערט הײס, אָבער שׂרה בלײַבט אונטער דעם בױם. זי װערט נישט הונגעריק אָדער דאָרשטיק. זי טראַכט נאָר װעגן איר קינד.

אױף דער נאַכט זעט שׂרה עפּעס אין דער װײַטנס. „עס מוז זײַן אַברהם און די דינערס,“ זאָגט שׂרה, אָבער דערנאָך זעט זי, אַז יצחק לעבט נאָך! ער לױפֿט צו איר, און שׂרה האַלדזט איר זון.

שׂרה הײבט אױף אַ שטײן און װאַרפֿט אים צו אַברהמען. „פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט?“ פֿרעגט זי. יצחק מאַכט קלאָר װאָס איז געשען: ג־ט האָט געװאָלט פּרוּװן אַבֿרהמען, און ער האָט געשיקט אַ מלאך צו דערקלערן אַלץ. שׂרה פֿרעגט: „און פֿאַר װאָס האָט ער נישט דערקלערט אַלץ צו מיר? בין איך נישט די מאַמע פֿון יצחקן?“

אַברהם ענטפֿערט נישט.

No comments:

Post a Comment