Thursday, April 26, 2012

New Yiddish Folk Songs: Poverty

Assignment: Write a song in the style of Yiddish folk songs we have read.

Julia (Elke) Riegel:


בולבעס און קרױט

איך בין אַ מאמע מיט פֿיר שײנע קינדער.
די קינדער זײַנען אַלע זײער קלוג און זיס.
אָבער איך האָב גאָר קײן מאָל נישט גענוג געלט
צו קױפֿן נײַע שיך פֿאַר די קלײנע פֿיס.

רעפֿרײן:
בולבעס און קרױט, בולבעס און קרױט,
אַלע טאָג עסן מיר בולבעס און קרױט.
די גאַנצע װאָך און שבת אױך,
נישט קײן פֿלײש אָדער ברױט,
נאָר בולבעס און קרױט.

דער מאַן איז אַװעק אין אַמעריקע אַרבעטן.
מיר פֿלעגן זײַן אָרעם אָבער פֿרײלעך צוזאַמען.
שלאָפֿנדיק אָדער גײענדיק בין איך איצט אײנזאַם,
און די קינדער װײנען שטענדיק צו דער מאַמען.

רעפֿרײן

איך אַרבעט װי אַ נײטאָרין, דאָס איז מײַן פֿאַך,
איך מוז האָבן געלט װען איך גײ מיר אין מאַרק.
העמד צעריסענע האָט מען, נאָר געלט נישט קײן סך,
די שכנים קענען נישט צאָלן, כאָטש איך אַרבעט גאָר שטאַרק.

רעפֿרײן

װען איך װאָלט געװען די מלכּה פֿון אַ קעניגרײַך,
װאָלטן מיר געגעסן יױך אַלע טאָג און שבת אױך.
די זין װאָלטן זיך געלערנט תּלמוד, און די שײנע טעכטער
װאָלטן חתונה געהאַט און געלעבט מיט געלעכטער.

רעפֿרײן

אָבער איך בין נאָר אַ מאַמע, זײער אַן אָרעמע מאַמע,
און מײַן אַרבעט איז גאָר אומזיסט.
זעץ איך מיר אַװעק און איך װײן אָן אַן עק,
װײַל מײַן קלענסטער הוסט שטענדיק און ניסט.

רעפֿרײן

No comments:

Post a Comment