Julia (Elke) Riegel:
שמואל דער אַסטראָנױט
אַ מאָל איז געװען אַ ייִד װאָס האָט געהײסן שמואל. ער איז געװען אַן אַסטראָנױט. ער האָט געהאַט אַ שײנע קאָסמאָסשיף. מיט זײַן קאָסמאָסשיף האָט שמואל געמאַכט לאַנגע נסיעות.
שמואל האָט געאַרבעט פֿאַר דער פֿעדעראַציע, װאָס איז געװען די רעגירונג פֿון דער ערד. ער איז געװען אַ פֿאָרשער. ער איז געפֿאָרן אױף אַנדערע פּלאַנעטן צו פֿאָרשן װעגן מענטשן, װאָס װױנען אױף די פּלאַנעטן.
אָבער שמואל איז געװען אַ פֿרומער ייִד. ער האָט געדאַװענט אַלע טאָג און ער האָט זיך דערמאָנט אין ג־ט ברוך־הוא.
אײן מאָל איז שמואל געפֿאָרן אױף אַ פּלאַנעט װוּ, זאָל אונדז ג־ט אָפּהיטן, האָבן געװױנט אַ סך פֿײַנדלעכע מענטשן. שמואל איז אַרױס געגאַנגען פֿון זײַן קאָסמאָסשיף צו שפּאַצירן אױפֿן פּלאַנעט און שרײַבן נאָטיצן װעגן די מאָדנע בײמער פֿון דעם פֿרעמדן װאַלד.
די מענטשן פֿון דעם פּלאַנעט האָבן געזען די קאָסמאָסשיף און שמואלן. נאָך דעם װי ער איז געגאַנגען אין דעם װאַלד, זײַנען זײ אַרײַנגעקראָכן אין זײַן שיף. דאָרט האָבן זײ געזען אַז שמואל האָט געהאַט גוטע עסן און קאַװע אין זײַן שיף. זײ האָבן, לא עלינו, געגנבֿעט דאָס עסן און קאַװע.
שפּעטער איז שמואל צוריקגעגאַנגען אין זײַן שיף. ער איז אַװעקגעפֿאָרן פֿון דעם פּלאַנעט. ער האָט געמוזט פֿאָרן אױף דער ערד, און עס האָט געדאַרפֿט זײַן זײער אַ לאַנגע נסיעה. שמואל איז געװען הונגעריק, און ער איז געגאַנגען אין קיך. אָבער אין קיך האָט ער געזען, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן עסן!
שמואל האָט געהאַט מורא, אַז ער װעט אױסהונגערן. ער האָט געדאַװענט און געפֿרעגט בײַ ג־ט, „װאָס זאָל איך טאָן?“ שמואל האָט זיך באַקלערט, אַז ג־ט קען אים העלפֿן.
ג־ט, געלױבט איז זײַן הײליקער נאָמען, האָט געהערט די פֿראַגע. ער האָט געשיקט שמואלן אַ סך געפֿילטע פֿיש און אַנדערע גוטע עסן. ג־ט האָט אים אױך געשיקט קאַװע.
שמואל איז געװען זײער צופֿרידן, אַז ער װעט נישט אױסהונגערן. ער האָט געדאַנקט הקודש ברוך־הוא. װען מע דאַװענט און װען מיר זײַנען גוטע, פֿרומע מענטשן, װעט ג־ט אונדז העלפֿן און אָפּהיטן.

No comments:
Post a Comment