Thursday, April 26, 2012

New Yiddish Folk Songs: Lullaby

Assignment: Write a song in the style of Yiddish folk songs we have read.

Dana (Dine) Friedman:


האַלט מײַן סוד, שײן קינד

שלאָף, מײַן קינד, זײַ גוט און געזונט,
איך קוש דײַנע ראָזעװע באַקן,
װען דו כאַפּסט זיך אױף אין דער פֿרי,
װעסטו זײַן מיטן טאַטן און מאַמען.

אָבער איצט, קינד, בין איך מודה,
איך שטעל מײַן צוטרױ אין דיר,
טאָ האַלט דײַנע אױערן געהױבן, מײַן קלײנס,
איך האָב אַ צעפֿלאַמטן סוד הי.

איך דאַרף חתונה האָבן באַלד,
אַ חתונה אין דעם װינטער,
אָבער איך װיל עס נישט,
איך בין אין כּעס און ביטער.

איך בין פֿאַרליבט אין אַן אַנדערן
עס איז אַ שײנער ראָמאַן,
ער איז מײַן באַשערטער,
זײער אַ מוטיקער מאַן!

װי קען איך מײַנע עלטערן זאָגן?
זײ מײנען אַז עס איז אַ פּערפֿעקטער פּאָר,
זײ װילן אים פֿאַר דעם געלט,
אָבער איך װיל ליבע נאָר.

מײַן געליבטער איז גוט צו מיר,
ער װאָלט מיר געגעבן די װעלט,
מײַן חתן האָט ליב נישט מיר,
ער זאָרגט זיך נאָר װעגן געלט.

איך װעל, מײַן קינד, מאַכן אַ חתונה־פּליטה,
מיר װאָלטן געפֿאָרן װײַט אַװעק,
מיר װאָלטן געװאָרן רײַך מיט דער ליבע,
איך און מײַן טײַערער, אָן שרעק.

האַלט מײַן סוד, קינד,
טיף אין דײַן קלײנעם האַרץ,
איך װעל זײַן אַװעק אין דער פֿרי,
װעל אין דרױסן איז נאָך גאַנץ שװאַרץ.

דו װעסט עפֿענען דײַנע שײנע אױגן
דײַן מאַמע װעט זײַן פֿרײלעך,
איך װעל דיר שיקן אַ סך ליבע,
האַלט מײַן סוד, קלײנער מלך.

No comments:

Post a Comment