Dana (Dine) Friedman:
1) ג־ט האָט געװאָלט פּרוּװן דעם בעל־הבית. ער האָט צעהאַקט די װערבע. עס איז געװען אַ שײנע װערבע, אָבער ער האָט געדאַרפֿט דאָס האָלץ. ער האָט געבױט אַ מזבח, װײַל ג־ט האָט אים געפּרוּװט.
2) דער זעלנער האָט זײער אַ בײזן אײזל. דער זלענער האָט געװאָלט אים אָנזאָטלען, אָבער ער איז געװען זײער שלעכט! אײן טאָג, האָט דער זלענער גענומען די בײַטש און ער האָט געשלאָגן דעם אײזל ביז צו די בײנער.
3) אין דער דעמערונג, זײַנען מאַרע און איר לאַם געגאַנגען אין דעם סאָד. דאָס לאַם איז געשטאַנען נאָענט צו איר. מאַרע האָט אױסגעקליבן די עפּל פֿון דעם בױם. זײ האָבן געדאַרפֿט בליִען.
4) גיטל האָט געװאָלט פֿאַרפֿלאַנצן בלומען, אָבער זי האָט געװױנט אין דעם מידבר. זי האָט געדאַרפֿט אַ פֿײַכט אָרט צו שפּײַזן די בלומען. „דאָס איז פּראָסט!“ האָט זי געזאָגט. אַנשטאָט בלומען, האָט זי געקױפֿט אַ קאַקטוס!
5) דער רוח האָט געשפּילט דעם טרומײט. ער האָט נישט קײן קול, האָט ער געװאָלט רעדן פֿון דעם טרומײט. ער איז געװען זײער שלעכט און די שװאַלב און די קראָ האָבן געמורמלט װעגן אים. דער רוח איז געװען זײער טרױעריק.

Julia (Elke) Riegel:
1) דער בעל־הבית האָט געװאָלט פּרוּװן, אױב זײַן זון איז שטאַרק. ער האָט געזאָגט: „איך װיל, אַז דו זאָלסט בױען אַ טױער כּדי צו היטן אונדזער הױז.“ דער זון איז אַרױס פֿון הױז, און ער האָט געפֿונען אַ בױם. דאָס בױם איז געװען אַ װערבע, און ער האָט צעהאַקט האָלץ פֿון דער װערבע און געבױט אַ טױער.
2) עס איז געװאָרן טונקל אין דרױסן, װײַל עס איז געװען דעמערונג. אַ יונגער מאַן איז פֿאַרבײַ אַ סאָד מיט אַ סך בײמער. ער איז געװען נאָענט צו דעם סאָד און ער האָט געהערט דרײַ לעמער. ער האָט אױסגעקליבן און גענומען די שענסטע, װײַל זי האָט געשטאַמט פֿון גוטע עלטערן.
3) דאָס קינד איז געװען אַ ממזר, אָבער דער טאַטע האָט געהאַט אַ סך נחת פֿון אים, װײַל ער האָט געזאָגט שטענדיק די װאָר. ער האָט גענומען דאָס קינד אין אַ שײן אָרט, און האָט אים געזאָגט, אַז ער װעט אים דערלױבן צו האָבן אַ גרױסע ירושה. דאָס קינד איז געװען פֿרײלעך – ער װעט נישט זײַן אָרעם.
4) אַ חכם האָט געזאָגט צו מײַן קרובֿ, אַז ער װעט באַלד פֿאַרדינען אַ סך געלט. דער קרובֿ – מײַן זײדע – האָט געשװױרן אַז ער װעט קױפֿן אַ שײן הױז. זײַן ציל איז געװען אומזיסט, װײַל ער האָט נישט פֿאַרדינט קײן געלט. ער איז געװען טרױעריק.
5) אַ מאַן איז געפֿאָרן אין מידבר, װוּ ער האָט פֿאַרפֿלאַנצט דרײַ בײמער. אַלע מענטשן האָבן געמײנט, אַז ער איז געװען אַ נאַרישער, אָבער דער מידבר איז געװאָרן פֿײַכטער װוּ די בײמער זײַנען געװען. אַנשטאָט אַ מידבר איז געװאָרן אַ סאָד, װײַל די בײמער האָבן זיך געמערט. פֿרוכטן פֿון די בײמער האָבן געשפּײַזט הונגעריקע מענטשן, װאָס זײַנען געפֿאָרן אין מידבר.

No comments:
Post a Comment