Friday, September 14, 2012

A Khelm story

Assignment: Write a story about the wise men of Chelm.

Elke, Hershl, Reyzl:

אַ מאָל זײַנען צװײ כעלעמער געפֿאָרן אין װאַרשע אױף װאַקאַציע. עס איז געװען דעם צװעלפֿטן דעצעמבער. אין װאַרשע האָט מען זיך געגרײט פֿאַר ניטל. די כעלעמער האָבן נאָך נישט געזען ניטל. זײ האָבן גערעדט מיט אַנדערע ייִדן, און די אַנדערע ייִדן האָבן געזאָגט אַז עס איז אַ יום־טובֿ.

אײן כעלעמער זאָגט, „מיר מוזן עס פּראַװען אין כעלעם!“

זײ האָבן זיך געלערנט װעגן ניטל אין װאַרשע. זײ זײַנען געפֿאָרן צוריק אין כעלעם און זײ האָבן דערצײלט װעגן אַ נײַעם יום־טובֿ װאָס הײסט ניטל.

שמואל דער שנײַדער האָט געזאָגט, „איך װיל זײַן װי די ייִדן אין װאַרשע. מיר זאָלן פּראַװען ניטל אין כעלעם.“

אַלע כעלעמער זײַנען געשפּרונגען מיט פֿרײד. די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר מוזן האָבן אַ סעודה.“

משה דער קרעמער האָט געזאָגט, „אַװדאי! אַלע יום־טובֿים דאַרפֿן האָבן אַ סעודה.“

די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר דאַרפֿן גרױסע בײמער.“

רחל די לערערין האָט געזאָגט, „װי סכח פֿון סוכּות!“

דובֿ־בער דער שמיד האָט געזאָגט, „איך האָב סכך פֿון סוכּות אין קעלער.“ ער איז געגאַנגען אַהײם.

די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „עס זײַנען דאָ מתּנות פֿאַר די קינדער.“ זײ האָבן געװיגן אַ גרױסן זאַק מיט מתּנות. „דער רבי מוז געבן די קינדער די מתּנות. ער מוז אױך גראָגן רױט און װײַס.“

שלומה האָט געזאָגט, „איך קען עס מאַכן!“ ער איז געגאַנגען אַהײם.

די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר דאַרפֿן אַ הערשל צו טראָגן דעם רבין.“

„הערשל דער שיכּור קען עס טאָן,“ האָט חײם ברײַנעס געזאָגט.

זײ האָבן געפּראַװעט ניטל.

און אַלע יאָר האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט אַ לײַדנשאַפֿט־פּיעסע אױף גוטן־פֿרײַטיק מיטן שטאָט־אַקראָבאַט.

A new commercial for Yiddish radio

Assignment: Write a commercial to advertise a product for Yiddish radio.

Elke, Hershl, Reyzl:

שמואל שװאַרץ׳ שבת־שטוב

זונטיק, אַרבעט! מאָנטיק, אַרבעט! דינסטיק, מיטװאָך, און דאָנערשטיק, אַרבעט!
אָבער פֿרײַטיק אױף דער נאַכט פּראַװעט מען שבת!
שבת איז דער בעסטער טאָג פֿון דער װאָך! מיר האָבן אַלץ װאָס איר דאַרפֿט אױף שבת.
שמואל שװאַרץ׳ שבת־שטוב האָט ליכטלעך! װײַן! אינגרעדיִענטן פֿאַר חלה! 
און אונדזערער סאַמע נײַסטער פּראָדוקט: דער שבת־גױ!
איר קענט לײַען אַ שבת־גױ אױף יעדן שבת.
געדענקט: שמואל שװאַרץ׳ שבת־שטוב פֿאַר אַלץ װאָס איר װילט און נאָך מער!

Where is Itsik's father?

Assignment: Itsik Manger's "Afn Veg Shteyt a Boym" features the story of a son and a mother. But where is Itsik's father?

Danielle (Reyzl) Winter:

דער טאַטע אַרבעט אין אַמעריקע. דער טאַטע איז געפֿאָרן מיט זײַן עלטערן זון װאָס הײסט יאַנקל אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. זײ אַרבעטן נישט שבת, פֿאַרדינען זײ געלט פּאַמעלעך. דער טאַטע װעט ברענגען זײַן גאַנצע משפּחה קײן ניו יאָרק, אָבער איצט דאַרף ער פֿאַרדינען מער געלט. ער שרײַבט צו זײַן װײַב אַלע טאָג. ער שרײַבט װעגן די פֿרײַנדלעכע ייִדן אין ניו יאָרק.

Julia (Elke) Riegel:

דער טאַטע האָט ליב די מאַמע און דאָס קינד, אָבער ער קען נישט געפֿינען אַרבעט אין דעם שטעטל װוּ זײַן משפּחה װױנט. ער האָט עמיגרירט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. ער שיקט געלט צו דער משפּחה, אָבער זײ האָבן נאָך נישט גענוג צו פֿאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן.