Assignment: Write a story about the wise men of Chelm.
Elke, Hershl, Reyzl:
Elke, Hershl, Reyzl:
אַ מאָל זײַנען צװײ כעלעמער געפֿאָרן אין װאַרשע אױף װאַקאַציע. עס איז געװען דעם צװעלפֿטן דעצעמבער. אין װאַרשע האָט מען זיך געגרײט פֿאַר ניטל. די כעלעמער האָבן נאָך נישט געזען ניטל. זײ האָבן גערעדט מיט אַנדערע ייִדן, און די אַנדערע ייִדן האָבן געזאָגט אַז עס איז אַ יום־טובֿ.
אײן כעלעמער זאָגט, „מיר מוזן עס פּראַװען אין כעלעם!“
זײ האָבן זיך געלערנט װעגן ניטל אין װאַרשע. זײ זײַנען געפֿאָרן צוריק אין כעלעם און זײ האָבן דערצײלט װעגן אַ נײַעם יום־טובֿ װאָס הײסט ניטל.
שמואל דער שנײַדער האָט געזאָגט, „איך װיל זײַן װי די ייִדן אין װאַרשע. מיר זאָלן פּראַװען ניטל אין כעלעם.“
אַלע כעלעמער זײַנען געשפּרונגען מיט פֿרײד. די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר מוזן האָבן אַ סעודה.“
משה דער קרעמער האָט געזאָגט, „אַװדאי! אַלע יום־טובֿים דאַרפֿן האָבן אַ סעודה.“
די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר דאַרפֿן גרױסע בײמער.“
רחל די לערערין האָט געזאָגט, „װי סכח פֿון סוכּות!“
דובֿ־בער דער שמיד האָט געזאָגט, „איך האָב סכך פֿון סוכּות אין קעלער.“ ער איז געגאַנגען אַהײם.
די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „עס זײַנען דאָ מתּנות פֿאַר די קינדער.“ זײ האָבן געװיגן אַ גרױסן זאַק מיט מתּנות. „דער רבי מוז געבן די קינדער די מתּנות. ער מוז אױך גראָגן רױט און װײַס.“
שלומה האָט געזאָגט, „איך קען עס מאַכן!“ ער איז געגאַנגען אַהײם.
די צװײ כעלעמער האָבן געזאָגט, „מיר דאַרפֿן אַ הערשל צו טראָגן דעם רבין.“
„הערשל דער שיכּור קען עס טאָן,“ האָט חײם ברײַנעס געזאָגט.
זײ האָבן געפּראַװעט ניטל.
און אַלע יאָר האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט אַ לײַדנשאַפֿט־פּיעסע אױף גוטן־פֿרײַטיק מיטן שטאָט־אַקראָבאַט.
No comments:
Post a Comment